Bóżnica Prywesów na Gnojnej ulicy
- YI
פּריוועס שול אויף די גנאָינע־גאַס
די גנאָינע איז אַ באַוווּסטע גאַס פֿאַרן אײַזערנעם טויער, קעגנאיבער די וויִעלאָפּאָלע. די גאַס, וואָס הייסט אָפֿיציעל אוליצאַ רינקאָוואַ, געפֿינט זיך אין צענטער פֿון האַנדל און רויש. צענדליקער טויזנטער מענטשן, דורכגייער און אײַנוווינער פֿון דעם געגנט, ייִדן און קריסטן, פֿאַרפֿילן דעם גאַס, וועלכע איז פֿול מיט פֿאַרשידענע געשעפֿטן.
אין דעם צענטער געפֿינט זיך די שול, וואָס איז איינע פֿון די גרעסטע שולן אין וואַרשע. דאָ דאַוונט מען פֿון פֿאַרטאָג ביז שפּעט בײַנאַכט, ביז עלף אַזייגער, ביז דער צײַט, ווען עס ווערן פֿאַרמאַכט די טויערן פֿון די הײַזער.
גנאָינע פֿינף איז אַ „שם דבֿר”. ווער האָט נישט געהערט און ווער קען נישט די שול? די חיִובֿים פֿון קדיש־זאָגן, ווען זיי גייען אַדורך, איז שטענדיק דאָ אַ מנין – ביז 12 מיטאָג טרעפֿט מען נאָך שחרית; פֿון אַ פֿערטל נאָך צוועלף הייבט מען צו דאַווענען מנחה, ביז גאַנץ שפּעט, און מעריבֿ פֿון צאַת הכּוכבֿים ביז מען פֿאַרמאַכט די טויערן.
בײַם אַרײַנגאַנג קענסטו באַקומען פֿון אַלערליי תּשמשי קדושה – מזוזות, חומשים, מעשׂה־ביכלעך, פֿון הייליק צדיקים: דער שפּאָלער זיידע, ר׳ מאַיִר בעל הנס, דער בעש״ט, לקוטי מהר״ן, תּפֿילות ד״ר נתן און אַנדערע.
כּמעט יעדן טאָג, ווען איך גיי אין חדר אַרײַן, גיי איך פֿאַרבײַ די שול, אָבער איך האָב קיינמאָל נישט באַמערקט, וועלכע אינסטיטוציִעס עקזיסטירן נעבן די שול. דאָס לויפֿעניש, דאָס געיִעג אין דרויסן איז אַזוי גרויס, אַז איך האָב קיין אַכט נישט געלייגט אויף די שול.
אַנדערש איז געווען שבת. שבת נאָכמיטאָג, ווען ס׳רובֿ מענטשן לייגן אַוועק זייער בינטל ביינער אָפּרוען פֿון מידקייט און פּראַצע אין די ששת אימי המעשׂה, ווען יעדער דערוואַקסענער מענטש פֿאַלט אַוועק ווי געהרגעט – האָבן מיר, ייִנגלעך, גאַהאַט די געלעגנהייט אַרומצושפּאַצירן אין די גאַסן אויף דער פֿרײַער לופֿט, בעת אַ גאַנצע וואָך ווערט מען פֿאַשמאַכט אין חדר ביז שפּעט אין אָוונט.
מיר, ייִנגלעך פֿון חדר אויף טוואַרדע 16, זענען מיר געווויר געוואָרן, אַז אויף טוואַרדע נומער 10 וווינט אַ גערער חסיד, אַן עושר, וואָס בײַ אים קען מען טרינקען אַ הייס קאָכעדיק גלעזל טיי.
אין דרויסן פֿאַלט אַ שניי אָדער עס הערשט אַ טרוקענער פֿראָסט. מיר לאָזן זיך אַראָפּ דאָס פֿוטערנע היטל איבער די אויערן, מען פֿוילט זיך נישט, מען נעמט זיך צונויף עטלעכע חבֿרים און מיר לאָזן זיך אין דער ריכטונג צו די טוואַרדע־גאַס – דאָס איז אַ מהלך פֿון אַ גוטע האַלבע שעה.
מיר גייען פֿאַרבײַ די גנאָינע שול; פּלוצים, אַזוי ווי מיר שטייען בײַם טויער פֿון דער שול, באַמערקן מיר אַן „אָטשערע” פֿון מענטשן אין הויף פֿון דער שול. וואָס איז געשען? וואָס האָט פּאַסירט? אָן „אָטשערע” שבת נאָכמיטאָג אויפֿן הויף פֿון אַ שיל? שטייט מען אין „אָטשערע” צו דאַוונען מנחה – דאָס קען נישט זײַן, מיר באַשליסן, מען וועט אַרײַנגיין אינווייניק אין הויף אַרײַן. אין הויף זעען מיר אַזאַ סצענע:
עס שטייט אַ פֿרויסער טיש און נעבן טיש צוויי בענק; אויפֿן טיש שטייען צוויי גרויסע קעסלען – אײן קעסל איז פֿול מיט אָנגעשניטן ברויט, דער צווייטער קעסל איז פֿול מיט „קראַץ־באָרשט”. צווישן ביידע לאַווקעס גייען אַדורך פֿאַרשידענע מענטשן – יעדער אײנער באַקומט צוויי שטיקלעך ברויט – אינדערמיטן ווערט אַרײַנגעלייגט, מיט אַ גרויסן קאָך־לעפֿל, דאָס קראַץ־באָרשט. אַ טייל האָבן באַלד אָנגעהויבן עסן, אַנדערע זענען אַרײַן אין פּאָליש און דאָרט געקייט דאָ צוויי „לחמית” ברויט. לויט זייערע פּנימער און זייער אָנגעטועכט׳ס האָט מען גאַנץ גוט דערקענט, אַז דאָס איז בײַ זיי נישט קיין „שאַלע־שידעס” – דאָס איז דאָס ערשטע שטיקל ברויט, וואָס זיי עסן דעם שבת…
אַזוי זענען פֿאַרבײַ די „אָטשערע” הונדערטער מענטשן, ביז עס איז פֿינצטער געוואָרן.
אין דער שול – אינווייניק, האָט מען געפּראַוועט אַמתדיקע „שלוש סעודות” און איד דרויסן האָט מען נאָך אַלץ געטיילט די „פּאָרציִעס” ברויט מיטן קראַץ־באָרשט. ווער עס האָט דאָס אַלץ צוגעגרייט, האָבן מיר נישט געזען; אײן זאַך האָבן מיר געזען: אַז די אומגליקלעכע באַשעפֿענישן האָבן געשטילט זייער הונגער מיט שטיקלעך ברויט – אויף ווי לאַנג?
עס זענען אויך אַזוינע, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט אין „אָטשערע” אַ צווייט מאָל, אָבער דער „סדרן”, וואָס איז געשטאַנען און געהיטן, האָט צו דעם נישט דערלאָזט. אין אײן אויגנבליק, ווען ער האָט אַוועקגעקוקט, האָט זיך אַזאַ הונגעריקער אַרײַנגעכאַפּט און געמאַכט אַ „לעבן”…
די שול האָט אויך גענוצט אויף אַנדערע וויכטיקע צוועקן. ווען דער לובלינער רבֿ הרבֿ מאַיִר שאַפּיראַ איז נפֿטר געוואָרן, זענען צו די „שלושים” פֿאָרגעקומען הספּדים אין אַלע גרויסע שולן אין וואַרשע – אײנע פֿון די שולן איז די גנאָינע שול. אָבער אַהער האָט מען געשיקט די בעסטע בחרים, וואָס די שכינה האָט געלויכטן אויף זייער פּנים, מספּיד צו זײַנע זייער רבי׳ן…
ווען עס קומען פֿאָר פּראָטעסט־פֿאַרזאַמלונגעג: קעגן פּריסטאָר געזעץ צו פֿאַרבאָטן די אַ.ג. רוטועלע שחיטה – איז די גנאָינע שול איבערפֿולט „מפּה לפּה”.
דאָ קענסטו באַמערקן בײַ שחרית ווי שוחט מיט אַ פּלייסצע־טרעגער פֿון אײַזערנעם טויער, אָדער פֿון די פּטאַשע־גאַס שטייען צוזאַמען און דאַווענען; חסידים, מתנגדים, אָרעמע, רײַכע, ייִנגלעך, קינדער, עלטערע, ייִדן־סיחרים פֿון די וויִעלאָפּאָלע, אַדורכגייער, וואַרשעווער און פּראָווינצער, מיט זייערע פּויערישע שטיוועלעך; אַלע פּנימער, באַקאַנטע און פֿרעמדע.
אָט שטייט אין ווינקל דער באַוווּסטער „לקחן” גדליה און מלמלט. אַלע זענען געקומען אין שול אַרײַן אויף די גנאָינע פֿינף, ווײַל אינווייניק האָט געהערשט נישט נאָט דאָ וואַרעמקייט פֿון דעם גרויסן „קאַפֿלאַנעם” אויוון, נאָר אויך די וואַרעמקייט, די ליבשאַפֿט, אַהבֿת־ אישׂראַל – וואָס איז געווען אַזוי שטאַרק אַנטוויקלט בײַ די וואַרשעווער ייִדן…- PL
Bóżnica Prywesów na Gnojnej ulicy
Gnojna to znana ulica Za Żelazną Bramą, naprzeciwko Wielopola. Ulica, która nosi oficjalną nazwę Rynkowa, znajduje się w centrum handlu i rozgwaru. Dziesiątki tysięcy ludzi, przechodniów i okolicznych mieszkańców, Żydów i chrześcijan, wypełniają tę ulicę, przy której jest mnóstwo różnych sklepów.
W centrum znajduje się bóżnica, która jest jedną z największych w Warszawie. Modlą się tu od świtu do późnej nocy, do godziny jedenastej, do czasu, gdy zamyka się bramy kamienic.
Gnojna numer 5 to „znany adres”. Kto o niej nie słyszał i kto jej nie znał? Obowiązani do mówienia kadiszu, przechodząc, znajdą tu zawsze minjan – do godziny dwunastej można się modlić modlitwą poranną; od kwadrans po dwunastej zaczyna się odmawiać modlitwę popołudniową, do całkiem późna, a modlitwę wieczorną od zmierzchu do zamykania bram.
Przy wejściu możesz dostać różne dewocjonalia – mezuzy, Pięcioksięgi, opowieści cadyków: „Dziadka” ze Szpoły, rabiego Maira baal haNesa, Beszta, „Likutej Moharan”, modlitwy rabiego Nosona i inne.
Niemal codziennie, kiedy idę do chederu, przechodzę koło tej synagogi, ale nigdy nie zauważyłem, jakie działają przy niej instytucje. Ruch, bieganina na zewnątrz były tak duże, że na bożnicę nigdy nie zwracałem uwagi.
Inaczej było w szabes.W sobotę po południu, kiedy większość ludzi, znużonych robotąwykonywaną w ciągu „sześciu dni stworzenia”, kładzie się wyprostować kości, kiedy każdy dorosły człowiek pada jak zabity – my, chłopcy, mieliśmy możliwość pospacerować po ulicach na świeżym powietrzu, podczas gdy cały tydzień trzeba zasuwać w chederze do późna.
My, chłopcy z chederu na Twardej 16, dowiedzieliśmy się, że na Twardej numer 10 mieszka chasyd Ger, nabab, u którego można się napić gorącej herbaty.
Na zewnątrz pada śnieg czy mróz jest tęgi. Naciągamy futrzana czapki na uszy, bez guzdrania, zbiera się nas kilku chłopaków i udajemy się w kierunku Twardej ulicy – to jakieś dobre pół godziny piechotą.
Przechodzimy obok Gnojnej bóżnicy; nagle, kiedy stoimy przy wejściu, widzimy ludzi stojących w ogonku na podwórzu. Co się stało? O co chodzi? Grupa ludzi na podwórzu bóżnicy w sobotnie popołudnie? Stoją w grupie, żeby się modlić modlitwą popołudniową – to niemożebne. Postanawiamy, że wejdziemy na podwórze. Na podwórzu widzimy taką scenę:
wielki stół rozłożony a obok dwie ławy; na stole stoją dwa wielkie kotły – jeden kocioł wypełniony pokrojonym chlebem, a drugi pełen barszczu. Między dwiema ławkami przechodzą różni ludzie – każdy dostaje dwie kromki chleba, a w tym samym czasie nalewa mu się barszcz wielką chochlą. Część od razu zaczyna jeść, inni wchodzą do przedsionka i tam przeżuwają swoje pajdki. Po ich twarzach i ubiorze łatwo się domyślić, że dla nich nie jest to „duchowa uczta” – to pierwszy kawałek chleba, jaki tego dnia mają w ustach.
W ten sposób przesuwa się kolejka setek ludzi, aż się ściemni.
W bóżnicy, w środku, odprawiano prawdziwy „trzeci posiłek”, zgodnie z obyczajem święta, a na zewnątrz wciąż jeszcze fasowano „prowiant” w postaci chleba i barszczu. Kto to wszystko przygotował, nie widzieliśmy. Widzieliśmy za to, jak te nieszczęsne stworzenia sycą głód kawałkiem chleba – na jak długo?
Byli też i tacy, którzy załapywali się do kolejki po raz drugi, ale porządkowy, który stał i pilnował, nie dopuszczał do tego. W jednej chwili, kiedy się oddalił, wciskał się taki głodny człowiek do kolejki i – „hej, użyjmy żywota”…
Bożnica służyła też na inne ważne okazje. Kiedy rabin Majer Szapira z Lublina zmarł, mowy żałobne, tradycyjnie trzydzieści dni po śmierci, odbywały się we wszystkich większych synagogach warszawskich – a jedną z nich była bóżnica przy Gnojnej. Tu jednak wysłano lepszych młodzieńców, których oblicza jaśniały odbiciem boskości, aby opiewali wielkość swojego nauczyciela…
Kiedy odbywały się zebrania protestacyjne – przeciwko ustawie Prystora zakazującej tzw. uboju rytualnego – bóżnica przy Gnojnej była zapełniona po brzegi.
Tu możesz zobaczyć na modlitwie porannej, jak rzezak i tragarz z Placu Żelaznej Bramy czy z Ptasiej ulicy, stoją ramię w ramię i się modlą; chasydzi, misnagdzi, biedni, bogaci, chłopcy, dzieci, starsi, stateczni kupcy z Wielopola, przechodnie, miejscowi i z prowincji, w swoich chłopskich buciorach – twarze w każdym typie, znajome i obce.
Oto w kącie stoi znany doliniarz Gedalia i [???]. Wszyscy przybywali do bóżnicy przy Gnojnej 5, bo wewnątrz nie tylko od pieca kaflowego biło ciepło; było to serdeczne ciepło miłości bliźniego – a tej warszawskim Żydom nigdy nie brakowało…













